Jump to content

Fundraising 2011/Thank You Mail/yi

From Meta, a Wikimedia project coordination wiki
Translation instructions
  • For pages marked "Missing" or "In progress", click the page title and start translating. When you are done, click "edit status" and change the status to proofreading.
  • For pages marked "Needs updating", compare the page to the source page and update the translation accordingly. When you are done, click "edit status" and change the status to proofreading.
  • It is important to have someone else proofread the translated page! If you have proofread a page and it is ready for publication, click "edit status" and change that page's status to ready.
  • If you are changing something that has already been published, change its status back to ready for it to be published again.

If you have any questions or feedback regarding the translation process, please post them here. Translation FAQ

טייערער [first name]

איר זענט וואונדערבאר, א גרויסן ייש"כ פארן מנדב זײַן צו דער וויקימעדיע פונדאציע!

מיט דעם קענען מיר אפצאלן אונזערע חובות --מיט מענטשן ווי איר, וואס געבן פינף דאלאר, צוואנציק דאלאר, הונדערט דאלאר. מיין באליבסטע נדבה פאר א יאר איז געווען פינף פונט פון א קליין מיידעלע אין ענגלאנד, וואס האט איינגעבעטן אירע טאטע־מאמע צו לאזן זי מנדב זיין איר וואכגעלט. מענטשן ווי איר, צוזאמען מיט יענעם מיידל, שאפן די מעגלעכקייט פאר וויקיפעדיע צו באזארגן אומזיסט פרייע צוטריט צו אינפארמאציע פאר אלעמען ארום דער וועלט. פאר די אלע וואס העלפן באצאלן דערפאר, און פאר די וואס קענען נישט העלפן. א גרויסן ייש"כ.

כ'ווייס אז מען קען גרינג איגנארירן אונזערע אפעלן, און איך פריי זיך אז איר האט אבער נישט. פון מיר, און פון צו די צענדליקער טויזנטער וואלונטירן וואס שרייבן וויקיפעדיע: א דאנק פאר העלפן אונז מאכן די וועלט א בעסערן פלאץ. מיר וועלן ניצן אייער געלט מיט פארזיכטיקייט, או איך דאנק אייך פאר אייער צוטרוי אין אונז.

א דאנק,
סו גארדנער
וויקימעדיע פונדאציע עקסעקיוטיוו דירעקטאר


אפזאגן זיך ברירה:
מיר וועלן אייך דערמאנען נעקסטע יאר דורך ע־פאסט צו באנייען אייער נדבה. טאמער איר ווילט נישט באקומען אזא בליצבריוו פון אונז, קליקט אונטן און מיר וועלן אראפנעמען אייך פון דער רשימה:

[unsub link]

פאר אייערע אקטן: אייער נדבה פון [date] איז געווען [amount].

דער בריוו איז א באווייז פון אייער נדבה. קיין שום גוטן אדער דינסטן האט מען נישט באזארגט , אינגאנצן אדער טיילווייז, פאר דער ביישטייערונג. די וויקימעדיע פונדאציע, Inc. איז א נישט פאר ריווח צדקה פירמע מיט 501(c)(3) שטייער־פריי סטאטוס אין די פאראייניקטע שטאטן. אונזער אדרעס:

149 New Montgomery, 3rd Floor, San Francisco, CA, 94105.

U.S. שטייער־פריי נומער: 20-0049703